Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 9:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 9:19
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווען דיין ברודער וועט זינדיקן (קעגן דיר), זאלסטו גיין, און אים זאגן מוסר בלויז צווישן דיר און אים אליין.


איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים.


אויב איך זאל נאר קענען ווי עס איז אייפערדיק מאכן די, וואס זענען מיין פלייש (און בלוט) און ראטעווען א טייל פון זיי.


זאל יעדער איינער פון אונדז זוכן צו געפעלן זיין חבר צום גוטן, צו דערבויאונג.


געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן?


אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.


ווארום וואס ווייסטו, פרוי, אפשר וועסטו ראטעווען דעם מאן? אדער וואס ווייסטו, מאן, אפשר וועסטו ראטעווען דיין ווייב?


צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?


אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער.


ווארום אלץ איז פאר אייערטוועגן, כדי דער חסד, וואס ווערט פארגרעסערט דורך א סך, זאל פארמערן דעם שבח צום כבוד פון ה׳.


ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.


צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.


ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


אויך אזוי, איר פרויען, זייט אונטערטעניק צו אייערע אייגענע מענער; כדי אפילו אויב אייניקע זענען אומגעהארכזאם צום ווארט, זאלן זיי געוואונען ווערן אָן א ווארט דורך דעם אויפפירונג פון זייערע ווייבער,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ