17 ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט.
דער, וואס נעמט אויף א נביא אין דעם נאמען פון א נביא, וועט באקומען דעם שכר פון א נביא; און דער, וואס נעמט אויף א צדיק אין דעם נאמען פון א צדיק, וועט ער באקומען דעם שכר פון א צדיק. און דער,
זע, איך האב עס אייך פארויסגעזאגט.
און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט?
דער שניטער באקומט א שכר, און זאמלט איין פירות צום אייביקן לעבן, כדי דער פארזייער און דער שניטער זאלן זיך פרייען צוזאמען.
וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר.
דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע.
אזוי זשע זאל אונדז (יעדער) מענטש באטראכטן, ווי משרתים פונם משיח און ווי פארוואלטער פון די סודות פון ה׳.
ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה!
וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה.
ווארום אויב דער גוטער ווילן איז דא, איז עס אנגענומען לויט דעם, וויפל איינער האט, נישט לויט דעם, וואס ער האט נישט.
נאר להיפך, ווען זיי האבן געזען, אז מיר איז אנפארטרויט געווארן די גוטע בשורה צו די ערלים, פונקט אזוי, ווי פעטרוסן צו די געמלטע—
וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט,
נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער.
אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן.