16 ווארום אויב איך זאג אָן די גוטע בשורה, האב איך נישט מיט וואס זיך צו בארימען, ווייל עס ליגט אויף מיר א חוב; ווארום וויי איז מיר, ווען איך זאג נישט אָן די גוטע בשורה!
און דער, וואס האט באקומען די פינף טאלאנטן, איז געגאנגען און האט געהאנדלט מיט זיי, און פארדינט אנדערע פינף.
יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: קיינער, וואס לייגט די האנט אויפן אקעראייזן און בליקט אויף דעם, וואס איז הינטער זיך, טויג נישט פאר דעם קעניגרייך פון ה׳!
ווארום מיר קענען נישט אנדערש ווי רעדן דאס, וואס מיר האבן געזען און געהערט.
דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;
נאר שטיי אויף, און גיי אריין אין דער שטאט, און עס וועט דיר געזאגט ווערן, וואס דו זאלסט טאן.
איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים.
איך האב דעריבער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען אינם משיח יהושע/ישוע, מיט די ענינים, וואס זענען שייך ה׳.
ווארום אויב אברהם איז גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים (טובים), האט ער עפעס, מיט וואס זיך צו בארימען, אבער נישט פאר ה׳.
ווארום ווען אפילו איר וואלט געהאט צען טויזנט מדריכים אינם משיח, האט איר אבער נישט געהאט קיין סך פאטערס; ווייל אינם משיח יהושע/ישוע האב איך אייך געבוירן דורך דער בשורה טובה.
אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.
און אזוי האט אויך דער האר מתקן געווען פאר די, וועלכע זאגן אָן די בשורה טובה, צו לעבן פון דער בשורה טובה.
און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר,
און זאגט ארכיפוסן: גיב אכטונג אויף דער עבודה, וואס דו האסט באקומען אינם האר, אז דו זאלסט זי דערפילן.