Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 9:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 איך אבער האב מיך נישט באנוצט מיט קיינס פון די דאזיקע זאכן; און האב דאס נישט געשריבן, כדי מען זאל עס אזוי טאן לגבי מיר; ווארום עס איז מיר ליבער צו שטארבן, ווי עמיצער זאל צונישט מאכן מיין רום.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 9:15
14 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.


און ווייל ער איז געווען פונם זעלביקן פאך, איז ער ביי זיי פארבלייבן, און זיי האבן געארבעט, ווארום זיי זענען געווען געצעלטנמאכער פון דער מלאכה.


נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.


איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.


שאול אבער האט חרוב געמאכט די קהלה, איז אריינגעגאנגען אין יעדן הויז, און געשלעפט מענער און פרויען און זיי איבערגעגעבן אין תפיסה אריין.


און הארעווען, ארבעטנדיק מיט (אונדזערע) אייגענע הענט; שעלט מען אונדז, בענטשן מיר, ווערן מיר גערודפט, האלטן מיר אויס;


אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.


וואס זשע איז מיין שכר? אז אנזאגנדיק די בשורה טובה, זאל איך פארלייגן די בשורה טובה בחינם, און נישט מאכן קיין געברויך פון מיין רשות אין דער גוטער בשורה.


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ