13 צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וועלכע באשעפטיקן זיך מיט הייליקע עבודות, עסן פון די זאכן אין בית המקדש, און די, וועלכע באדינען ביים מזבח, האבן א חלק אין מזבח?
צי ווייסט איר דען נישט, אז וועמען איר גיט זיך איבער ווי קנעכט צו געהארכן, זענט איר קנעכט (פון דעם), וועמען איר געהארכט: אדער פון זינד צום טויט, אדער פון געהארכזאמקייט צו צדקות?
קוקט אויף ישראל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קרבנות, אנטיילנעמער אין דעם מזבח?
צי ווייסט איר דען נישט, אז די, וואס לויפן אויף דער ארענע, לויפן טאקע אלע, איינער אבער דערלאנגט דעם פריז? אזוי זאלט איר לויפן, כדי איר זאלט עס באקומען.