10 אדער זאגט ער עס פאר אונדזערטוועגן בכלל? יא, פאר אונדזערטוועגן איז עס געשריבן געווארן; ווייל דער אקערער דארף אקערן מיט האפענונג, און דער דרעשער מיט האפענונג צו האבן א חלק.
און וועט אויך מער נישט זיין. און אויב יענע טעג וואלטן נישט פארקירצט געווארן, וואלט קיין שום בשר (ודם) נישט ניצול געווארן; נאר צוליב די אויסדערוויילטע וועלן יענע טעג יא פארקירצט ווערן.
ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.
ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
ווארום אלץ איז פאר אייערטוועגן, כדי דער חסד, וואס ווערט פארגרעסערט דורך א סך, זאל פארמערן דעם שבח צום כבוד פון ה׳.
דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות.