Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 8:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 8:4
33 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע האט געענטפערט: דאס ערשטע איז: שמע ישראל ה׳ אלהינו ה׳ אחד;


מענער, פארוואס טוט איר דאס? אויך מיר זענען מענטשן מיט געפילן ענלעך צו אייך, און זאגן אייך אָן א בשורה טובה, זיך אפצוקערן פון די דאזיקע נישטיקייטן צום לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער האט באשאפן הימל און ערד און דעם ים און אלץ, וואס (געפינט זיך) אין זיי;


נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.


און איר זעט און הערט, אז נישט נאר אין עפעזוס, נאר כמעט אין גאנץ (קליין) אזיען האט דער דאזיקער פוילוס איבערגערעדט און אפגעקערט אן אנגעזעענעם המון מענטשן, זאגנדיק, אז דאס זענען נישט קיין ג‑טער, וואס ווערן געמאכט מיט הענט;


און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף.


ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער?


און דורך דיין דערקענטעניש ווערט דער שוואכער פארלוירן, דער ברודער, פאר וועמען דער משיח איז געשטארבן.


נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער;


איין ג‑ט און פאטער פון אלעמען, וועלכער איז איבער אלעמען און דורך אלעמען און אין אלעמען.


אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.


ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע,


דעם איינציקן ג‑ט אונדזער רעטער, דורך יהושע/ישוע המשיחן דעם האר אונדזערן, זאל זיין כבוד, הערלעכקייט, קראפט און מאכט, פאר יעדער אייביקייט, און איצט, און אויף אלע אייביקייטן. אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ