זיך אפצוהאלטן פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און (פון פלייש פון בהמות) דערווארגענע און פון זנות, פון וועלכע אויב איר וועט זיך אפהיטן, וועט אייך גיין גוט. שלום צו אייך.
און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות.
ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;
נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין.
נאר איך האב עפעס קעגן דיר, אז דו טאלערירסט די אשה איזבל, וועלכע רופט זיך נביאה; און לערנט און פארפירט מיינע קנעכט מזנה צו זיין און צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער.