6 און דאס דאזיקע זאג איך בדרך רשות, נישט ווי א געבאט.
און די פארהייראטע זאג איך אָן, נישט איך, נאר דער האר, אז א פרוי זאל זיך נישט אפשיידן פונם מאן;
צו די איבריקע אבער זאג איך, נישט דער האר, אויב א ברודער האט אן אומגלויביק ווייב, און זי איז מסכים צו וואוינען מיט אים, זאל ער זי נישט פארלאזן.
און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.
וויילער אבער איז איר, לויט מיין מיינונג, ווען זי בלייבט אזוי; און מיר שיינט אויס, אז אויך איך האב דעם גייסט פון ה׳.
וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג.
איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע.