38 אזוי ארום אויך דער, וועלכער מאכט חתונה זיין בתולה, טוט וואויל; און דער, וועלכער מאכט זי נישט חתונה, וועט טאן בעסער.
איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס שיידט זיך פון זיין ווייב, אחוץ צוליב א פאל פון זנות, מאכט ער זי מזנה צו זיין. און ווער עס האט חתונה מיט א גרושה, דער איז מזנה.
איך האלט דעריבער דאס דאזיקע פאר גוט צוליב דער איצטיקער שווערער צייט, אז עס איז גוט פאר א מענטשן אזוי צו בלייבן:
ווער אבער עס שטייט פעסט אין זיין הארצן, ווייל ער איז נישט געצוואונגען, און האט מאכט איבער זיין אייגענעם ווילן, און האט דאס דאזיקע באשלאסן אין זיין אייגענעם הארצן אפצוהיטן זיין בתולה, טוט ער וואויל.
א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.
און צו די נישט חתונה געהאטע און צו די אלמנות זאג איך: עס איז גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי, ווי איך בין.
די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.