35 און איך זאג דאס דאזיקע פאר אייער אייגענעם נוצן; נישט כדי צו ווארפן א נעץ אויף אייך, נאר ווי עס איז בכבודיק, און איר זאלט קענען דינען דעם האר אומגעשטערט.
מחמת עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען אזוי געבוירן געווארן פון זייער מוטערס לייב; און עס זענען פאראן סריסים, וואס זענען מסרס געווארן פון מענטשן; און עס זענען פאראן סריסים, וואס האבן זיך אליין מסרס געווען צוליב דעם מלכות השמים. ווער עס קען עס מקבל זיין, דער זאל עס מקבל זיין!
דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.
נאר היטן זאלט איר זיך, אז אייערע הערצער זאלן נישט שווער ווערן מיט איבערעסן זיך און זויפן, און מיט דאגות פארן לעבן, און אז יענער טאג זאל נישט פלוצלונג קומען אויף אייך;
און דאס וואס איז געפאלן צווישן די דערנער, זיי זענען עס, וואס הערן; און אוועקגייענדיק ווערן זיי דערשטיקט פון די דאגות און עשירות און תענוגים פון דעם לעבן, און ברענגען נישט קיין פירות צו רייפקייט.
נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן.
און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן.
אויב אבער עמיצער מיינט, אז ער טוט אָן זיין בתולה א חרפה, אויב זי זאל פארבייגיין אירע רייפע יארן, און עס איז אזוי ארום א חוב, זאל ער טאן, וואס ער וויל; ער באגייט נישט קיין זינד; זיי מעגן חתונה האבן.
זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע;
צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.
פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;
אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס;