Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 7:33 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

33 דער חתונה געהאטער קימערט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן זיין ווייב;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 7:33
13 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן.


נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך האב גענומען א ווייב, און צוליב דעם קען איך נישט קומען!


ער אנטלויפט, ווייל ער איז א געדונגענער, און עס קימערט אים נישט וועגן די שאף.


זאל דער מאן אפגעבן זיין חוב צו דער פרוי; און פונקט אזוי די פרוי דעם מאן.


און איך וויל איר זאלט זיין אָן דאגות. דער נישט פארהייראטער קימערט זיך פאר די זאכן פונם האר, וויאזוי ער זאל וואוילגעפעלן דעם האר;


און ער איז צעטיילט. און די נישט פארהייראטע פרוי און די בתולה זארגט זיך פאר די זאכן פונם האר, כדי זי זאל זיין הייליק סאי אינם קערפער סאי אינם גייסט; די חתונה געהאטע (פרוי) אבער זארגט זיך וועגן די זאכן פון דער וועלט, וויאזוי זי זאל וואוילגעפעלן דעם מאן.


איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי.


אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן.


אויך אזוי, איר מענער, וואוינט מיט זיי מיט פארשטאנד, און גיט אפ כבוד צו דער פרוי ווי צו דער שוואכערער כלי אזויווי זיי זענען אויך מיטיורשים אין דעם חסד פון לעבן, כדי אייערע תפילות זאלן נישט געשטערט ווערן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ