29 איך זאג אבער דאס דאזיקע, ברידער: די צייט איז קורץ, כדי פון איצט אָן זאלן די, וועלכע האבן פרויען, זיין, ווי זיי וואלטן נישט געהאט;
נאך אן אנדערער האט געזאגט: איך האב גענומען א ווייב, און צוליב דעם קען איך נישט קומען!
און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן.
און די וויינענדיקע, ווי זיי וואלטן נישט געוויינט; און די, וועלכע זענען זיך משמח, ווי זיי וואלטן זיך נישט משמח געווען; און די, וועלכע קויפן איין, ווי זיי וואלטן גארנישט פארמאגט;
און די, וועלכע געברויכן די וועלט, ווי זיי וואלטן זי נישט געברויכט; ווארום דאס געשטאלט פון דער דאזיקער וועלט פארגייט.
ווייל: יעדעס פלייש איז ווי גראז, און יעדע פראכט דערפון איז ווי א בלום פונם גראז. פארטריקנט ווערט דאס גראז, און די בלום פאלט אראפ;
אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;
און די וועלט פארגייט און די גלוסטיקייט דערפון; ווער אבער עס טוט ה׳ס רצון, דער האט א קיום אויף אייביק.