26 איך האלט דעריבער דאס דאזיקע פאר גוט צוליב דער איצטיקער שווערער צייט, אז עס איז גוט פאר א מענטשן אזוי צו בלייבן:
אבער וויי איז צו די מעוברתדיקע און צו די אנזויגערינס אין יענע טעג!
וויי איז צו די טראגעדיקע פרויען און אנזויגערינס אין יענע טעג! ווארום עס וועט זיין א גרויסע נויט איבערן לאנד און א צארן איבער דעם דאזיקן פאלק.
און וואס שייך דעם, וואס איר האט געשריבן; עס איז גוט פאר א מענטשן נישט אנצורירן א פרוי (ציטירן ניטציטירן).
ביסטו געבונדן צו א פרוי? זוך נישט פריי צו ווערן. ביסטו פריי געווארן פון א פרוי? זוך נישט קיין ווייב.
און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן.
און צו די נישט חתונה געהאטע און צו די אלמנות זאג איך: עס איז גוט פאר זיי צו בלייבן אזוי, ווי איך בין.
אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;
ווייל עס איז שוין צייט, אז דאס משפט זאל זיך אנהויבן פון ה׳ס הויז; און אויב פון אונדז קודם כל, וואס וועט שוין זיין דער סוף פון די ווידערשפעניקע צו ה׳ס בשורה טובה?