20 זאל יעדער איינער בלייבן אין דער דאזיקער בארופונג, אין וועלכער ער איז בארופן געווארן.
נאר ווי דער האר האט יעדן צוגעטיילט, ווי ה׳ האט יעדן בארופן, אזוי זאל ער זיך נוהג זיין. און אזוי באפעל איך אין אלע קהלות.
ביסטו געבונדן צו א פרוי? זוך נישט פריי צו ווערן. ביסטו פריי געווארן פון א פרוי? זוך נישט קיין ווייב.
און שטרעבן צו פירן א שטיל לעבן, און טאן דאס אייעריקע, און ארבעטן מיט אייערע אייגענע הענט, פונקט אזוי ווי מיר האבן אייך געבאטן,
אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט.