19 די מילה איז גארנישט, און די ערלה איז גארנישט; נאר דאס אפהיטן די מצוות פון ה׳.
דעריבער ווער עס וועט צעשטערן איינע פון די דאזיקע קלענסטע מצוות, און וועט אָט אזוי לערנען די מענטשן, דער וועט הייסן קלענסטער אין דעם מלכות השמים; ווער אבער עס וועט זיי טאן און לערנען, דער וועט הייסן גרויס אינם מלכות השמים.
איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך.
ווייל ה׳ איז איינער, וואס וועט גערעכטפערטיקן דעם געמלטן פון אמונה און דעם נישט געמלטן דורך אמונה.
שפייז אבער ברענגט אונדז נישט נענטער צו ה׳; נישט מיר פארלירן, ווען מיר עסן נישט, נישט מיר געווינען, ווען מיר עסן יא.
עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.
ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.
ווארום נישט מילה נישט ערלה איז עפעס, נאר א נייע באשאפונג.
וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.