19 אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין,
ער אבער האט גערעדט וועגן דעם היכל פון זיין אייגענעם גוף.
אבער איר זענט נישט אינם פלייש נאר אינם גייסט, אויב ה׳ס גייסט וואוינט באמת אין אייך. און אויב עמיצער האט נישט משיחס גייסט, געהערט דער דאזיקער נישט צו אים.
צי ווייסט איר (דען) נישט, אז איר זענט ה׳ס היכל, און אז דער גייסט פון ה׳ וואוינט אין אייך?
מאכלים פארן בויך, און דער בויך פאר די מאכלים (ציטירן ניטציטירן); ה׳ וועט אבער דאס און יענע פארניכטן. דער גוף איז נישט פאר זנות, נאר פאר דעם האר; און דער האר פאר דעם גוף;
צי ווייסט איר דען נישט, אז מיר וועלן משפטן מלאכים? אפשיטא שוין וואס איז נוגע דיני ממונות!
און ער איז געשטארבן פאר אלעמען, כדי די לעבעדיקע זאלן מער נישט לעבן פאר זיך אליין, נאר פאר דעם, וועלכער איז פאר זיי געשטארבן און אויפגעשטאנען.
און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט: איך וועל וואוינען צווישן זיי און אומגיין צווישן זיי; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק. (ויקרא כו, יא-יב; יחזקאל לז, כז.)
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
אדער מיינט איר, אז אומזיסט זאגט דער פסוק: צו קנאה גלוסט דער גייסט, וועלכן ער האט געמאכט וואוינען אין אונדז?
און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.