12 אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער נישט אלץ איז גוט (פאר מיר). אלץ איז מיר מותר (ציטירן ניטציטירן); אבער איך וויל פון גארנישט ווערן באהערשט.
די יידן האבן דעריבער געזאגט צום געהיילטן: עס איז שבת, און דו טארסט נישט טראגן דאס בעט.
ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם.
אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.
נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.
די דאזיקע זענען אונטערוואסער פעלדזנס אויף אייערע ליבעסמאלצייטן, לאזן זיך וואוילגיין מיט אייך, פאשענדיק זיך אָן מורא; וואלקנס אָן וואסער, געטראגן פון די ווינטן; הארבסטיקע ביימער אָן פירות, צוויימאל געשטארבענע און אויסגעווארצלטע;