10 נישט קיין גנבים, נישט קיין (געלט) גיריקע, נישט קיין זויפער, נישט קיין לעסטערער, נישט קיין רויבער, וועלן ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן.
וויי איז אבער צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר פארשליסט דאס מלכות השמים פאר די מענטשן. ווארום איר גייט נישט אריין, און די אריינקומענדיקע לאזט איר נישט אריינגיין.
איר שלאנגען! גזע פון להכעיסניקעס! ווי אזוי וועט איר אנטרינען פון דעם משפט פון גיהנום?
און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, נישט ווייל ער האט זיך געדאגהט וועגן די ארעמעלייט; נאר ווייל ער איז געווען א גנב, און געהאט די פושקע און פלעגט אונטערשלאגן, וואס מען האט אריינגעלייגט.
און איצט לאז איך אייך איבער אויף ה׳ס באראט און צום ווארט פון זיין חסד, וועלכער האט די מאכט אייך צו דערבויען און אייך צו געבן די ירושה צווישן אלע געהייליקטע.
און דאס דאזיקע זאג איך, ברידער, אז בשר ודם קען נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳; אויך וועט דאס פארדארבלעכע נישט ירשענען די אומפארדארבלעכקייט.
איצט אבער האב איך אייך געשריבן, אז איר זאלט זיך נישט מישן, ווען עמיצער, וועלכער רופט זיך ברודער, איז א נואף, אדער א געלטגייציקער, אדער א געצנדינער, אדער א לעסטערער, אדער א שכור, אדער א גזלן; מיט אזעלכן זאלט איר אפילו נישט עסן צוזאמען.
קנאה, שכרות, פרעסעריי, און דאס גלייכן; וואס איך זאג אייך אָן פארויס, ווי איך האב אייך (שוין) פריער געזאגט, אז די, וואס טוען די דאזיקע זאכן, וועלן נישט ירשענען דאס קעניגרייך פון ה׳.
זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט.
ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳.
און אז קיינער זאל נישט עובר זיין און באטריגן דעם ברודער זיינעם אין דער זאך;
נאר זאל קיינער פון אייך נישט ליידן ווי א רוצח, אדער גנב, אדער רשע, אדער ווי איינער, וואס מישט זיך אריין אין יענעמס געשעפטן;