9 איך האב אייך געשריבן אין א בריוו, אז איר זאלט זיך נישט מישן מיט זונים;
דאך (הייסט דאס נישט) בכלל נישט מיט די זונים פון דער וועלט, אדער מיט די געלטגייציקע און גזלנים, אדער געצנדינער; ווייל איר וואלט דאן געדארפט ארויסגיין פון דער וועלט;
און איר זענט אויפגעבלאזן? האט איר נישט ליבער געדארפט טרויערן, כדי דער, וועלכער טוט אזא מעשה, זאל אוועקגענומען ווערן פון אייער מיט?
רוימט זשע אויס דאס אלטע חמץ, כדי איר זאלט ווערן א ניי טייג; אזוי ווי איר זענט מצות. ווארום אויך אונדזער (קרבן) פסח איז מקריב געווארן, דער משיח;
ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש?
דעריבער: גייט ארויס פון זייער מיט, און שיידט אייך אפ, זאגט דער האר (ג‑ט), און רירט נישט אָן קיין טמא זאך; (ישעיהו נב, יא; ירמיהו נא, מה.) און איך וועל אייך אויפנעמען,
און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן;
און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען.
און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז.