19 איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע.
נאר האט זיך געזעגנט און געזאגט: איך וועל ווידער קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און האט זיך אוועקגעשיפט פון עפעזוס.
און נאך דעם ווי די דאזיקע זאכן זענען געשען, האט פוילוס פארגענומען אין זיין גייסט, אז ווען ער וועט האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען און אכאיא, צו פארן קיין ירושלים, און האט געזאגט: נאך דעם ווי איך וועל דארטן זיין, מוז איך אויך זען רוים.
און דורכגייענדיק יענע פראווינצן, און טרייסטנדיק זיי (ד. ה. די דארטיקע מאמינים) מיט א סך ווערטער, איז ער געקומען קיין גריכנלאנד.
כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך.
און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.
און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.
און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען;
ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳.
חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן;
אייניקע האבן זיך אנגעבלאזן, גלייך ווי איך וואלט נישט געקומען צו אייך.
און דאס, ברידער, האב איך אנגעווענדט אויף מיר אליין און אויף אפאלאסן פון אייערטוועגן; כדי איר זאלט אין אונדז לערנען (וואס עס באטייט): נישט אויסער פון דעם, וואס עס שטייט געשריבן! כדי קיינער זאל זיך נישט אויפבלאזן פאר דעם איינעם קעגן דעם אנדערן.
איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.
כדי איך זאל נישט אויסזען ווי איך וואלט אייך געוואלט אפשרעקן דורך מיינע בריוו.
און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳.
אנשטאט דעם זאלט איר זאגן: אם ירצה ה׳—און מיר וועלן לעבן, וועלן מיר טאן די דאזיקע זאך אדער יענע.