14 וועט עמיצנס ארבעט, וואס ער האט דערויף געבויט, בלייבן (שטיין), וועט ער באקומען א שכר.
דער פלאנצער און דער באוואסערער זענען איינס; און יעדער וועט באקומען זיין אייגענעם שכר לויט זיין אייגענער פראצע.
דערפאר זאלט איר גארנישט משפטן פאר דער וועט צייט, ביז דער האר וועט קומען, וועלכער אויך באלויכטן די פארבארגענע זאכן פון דער פינצטערניש און אנטפלעקן די פארלאנגען פון די הערצער; און דעמאלט וועט יעדער איינער באקומען זיין לויב פון ה׳.
ווארום אויב איך טו דאס דאזיקע פרייוויליק, האב איך א שכר; אויב אבער נישט גערן—איז עס א פארוואלטונג מיר אנפארטרויט.
נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן.
ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?
איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן;
די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:
און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט.