1 און איך, ברידער, האב נישט געקענט רעדן צו אייך ווי צו רוחניותדיקע (מענטשן) נאר ווי צו פליישלעכע, ווי צו זייגעדיקע קינדער אינם משיח.
ער אבער האט זיך אויסגעדרייט און געזאגט צו פעטרוסן: אוועק פון מיר, שׂטן, דו ביסט א מיכשול פאר מיר; ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס געהערט צו ה׳, נאר דאס, וואס געהערט צו מענטשן!
ווארום מיר ווייסן, אז די תורה איז רוחניותדיק; אבער איך בין גשמיותדיק און פארקויפט אונטער דער זינד.
ברידער, זייט נישט קיין קינדער מיטן פארשטאנד; נאר וואס שייך בייז זייט זייגעדיקע קינדער, מיטן פארשטאנד אבער דערוואקסענע (מענטשן).
אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט.
חכמה אבער רעדן מיר צווישן די שלמותדיקע, דאך נישט די חכמה פון עולם הזה, אויך נישט פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט, וועלכע ווערן פארלוירן;
ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון.
ווארום יעדער, וואס דערנערט זיך פון מילך איז אומדערפארן וואס שייך דעם ווארט פון צדקות; ווארום ער איז א זויגנדיק קינד.
איך שרייב צו אייך, קינדער, ווייל די זינד זענען אייך פארגעבן געווארן צוליב זיין נאמען.