Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 2:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און דאס ווארט מיינס און מיין דרשענען זענען נישט געווען מיט איבעררעדנדיקע ווערטער פון חכמה, נאר מיט דערווייזונג פון גייסט און גבורה,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 2:4
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום איך האב מיך נישט צוריקגעהאלטן, אייך נישט אנצוזאגן דעם גאנצן ראט ווילן פון ה׳.


און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט!


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


מיט דער גבורה פון אותות און מופתים, מיט דער גבורה פונם רוח הקודש, אזוי, אז איך האב פון ירושלים און דער געגנט ארום ביז איליריקיען אומעטום פולשטענדיק אנגעזאגט די בשורה טובה פונם משיח;


ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.


ווארום דער משיח האט מיך נישט געשיקט טובל צו זיין אין א מקווה, נאר אנצוזאגן די גוטע בשורה; נישט מיט קיין געקליגלט ווארט, כדי משיחס בוים זאל נישט אנטקרעפטיקט ווערן.


און איך, ברידער, קומענדיק צו אייך, בין נישט געקומען מיט הויכער מליצה אדער חכמה, אייך אנצוזאגן דאס עדות פון ה׳.


דערפון רעדן מיר אויך מיט ווערטער, וועלכע נישט מענטשלעכע חכמה לערנט, נאר וועלכע דער רוח הקודש לערנט; פארגלייכנדיק רוחניותדיקע זאכן מיט רוחניותדיקע.


ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ איז נישט אין ווארט, נאר אין גבורה.


אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע,


ווארום זוך איך דען איצט צו געווינען מענטשן, אדער ה׳? אדער זוך איך צו געפינען חן ביי מענטשן? אויב איך וואלט נאך געזוכט צו געפינען חן ביי מענטשן, וואלט איך נישט געווען משיחס קיין קנעכט.


דאס דאזיקע זאג איך, כדי קיינער זאל אייך נישט איבעררעדן מיט גלאטע רייד.


ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.


צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.


ווארום מיר האבן נישט נאכגעפאלגט קיין אויסגעקליגלטע לעגענדעס, ווען מיר האבן אייך באקאנט געמאכט די גבורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און זיין קומען, נאר מיר זענען געווען עדות, וואס האבן געזען מיט די אייגענע אויגן זיין כבוד.


ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ