Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 2:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 2:3
22 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און רייזנדיק דורך אמפיפאליס און אפאלאניע, זענען זיי געקומען קיין טעסאלאניקא, וואו עס איז געווען א יידישע שול.


נאך דעם איז ער ארויסגעגאנגען פון אטען, און איז געקומען קיין קארינט.


ווען אבער גאליאן איז געווען פראקאנסול פון אכאיא, האבן די יידן זיך איינשטימיק אויפגעשטעלט קעגן פוילוסן, און אים געפירט צו דער כסא המשפט,


ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


ווייל מען זאגט: די בריוו טאקע זענען וואגיק און שטארק; אבער ער אליין איז שוואך, און זיין רעדן—פאראכטלעך (ציטירן ניטציטירן).


ווארום הגם ער איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן אויס שוואכקייט, לעבט ער אבער דורך ה׳ס גבורה. ווארום אויך מיר זענען שוואך אין אים, נאר מיר וועלן לעבן מיט אים דורך ה׳ס גבורה לגבי אייך.


ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק.


דערפאר, האבנדיק אָט די דאזיקע עבודה, אזויווי מיר האבן מקבל געווען רחמים, פאלן מיר נישט אראפ פארצווייפלט;


דערפאר פאלן מיר נישט אראפ ביי זיך; נאר אויב אפילו אונדזער אויסערלעכער מענטש ווערט פארדארבן, ווערט אבער אונדזער אינערלעכער מענטש באנייט פון טאג צו טאג.


נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים,


און זיין הערצלעכע ליבע איז זייער גרויס צו אייך, ווען ער דערמאנט זיך אייער אלעמענס געהארכזאמקייט, ווי איר האט אים אויפגענומען מיט יראה און מיט ציטערן.


ווארום אפילו ווען מיר זענען געקומען קיין מאצעדאניען, האבן מיר נישט געהאט קיין מנוחה פאר אונדזער לייב, נאר זענען געקוועלט געווארן פון אלע זייטן; פונדרויסן געראנגלטן, אינעווייניק מורא.


איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ