16 ווארום ווער האט געקענט דעם גייסט פון דעם האר (ג‑ט), אז ער זאל אים (עפעס) לערנען? מיר אבער האבן דעם גייסט פונם משיח. (ישעיהו מ, יג.)
איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן.
ווארום ווער האט געוואוסט די מחשבה פון דעם האר? אדער ווער איז געווען זיין ראטגעבער?
ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט;