4 און אויב עס וועט זיין ווערט די מי, אז איך זאל אויך פארן, וועלן זיי פארן מיט מיר.
איצט אבער פאר איך קיין ירושלים, צו דינען די קדושים.
און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים;
און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען;
נישט בלויז דאס, נאר ער איז אפילו אויסדערוויילט געווארן פון די קהלות אלס אונדזער רייזע באגלייטער אין שייכות מיט דעם דאזיקן חסד, וואס ווערט פון אונדז באזארגט צו דעם כבוד פון דעם האר אליין, און צו אונדזער דערמוטיקונג,
בעטנדיק אונדז מיט פיל תחנונים פאר דעם חסד און חברותאשאפט פון דער עבודה לטובת די קדושים;