18 ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.
כדי איך זאל קומען מיט שמחה צו אייך, אם ירצה ה׳, און זיך אפרוען ביי אייך.
דערפאר האבן מיר זיך געטרייסט; און אין אונדזער טרייסט האבן מיר זיך נאך פיל, פיל מער געפריידט איבער טיטוסנס שמחה, ווייל זיין גייסט איז פון אייך אלעמען דערקוויקט געווארן.
וועמען איך האב געשיקט צו אייך פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי איר זאלט וויסן ווי עס דערגייט אונדז, און ער זאל טרייסטן אייערע הערצער,
מיר בעטן אייך אבער, ברידער, אז איר זאלט קענען די, וועלכע באמיען זיך צווישן אייך, און זענען די וואס זענען איבער אייך אינם האר און רעדן צו אייך דברי מוסר,
יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח.
ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.
געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן.
קיין גרעסערע פרייד האב איך נישט, ווי צו הערן, אז מיינע קינדער לעבן אין דעם אמת.