11 דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער.
ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
און ווערנדיק באגלייט פון דער קהלה, זענען זיי דורכגעגאנגען פעניציען און שומרון, און האבן דערציילט וועגן דער באקערונג (צו ה׳) פון די אומות (העולם), און פארשאפט א גרויסע פרייד צו אלע ברידער.
און נאך דעם ווי זיי האבן פארבראכט א געוויסע צייט, זענען זיי אוועקגעלאזט געווארן בשלום פון די ברידער צו די, וואס האבן זיי געשיקט.
ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין;
ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן.
און דורך אייך צו גיין קיין מאצעדאניען, און ווידער פון מאצעדאניען צו קומען צו אייך, און פון אייך באגלייט צו ווערן צו דעם (לאנד) יהודה.
דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש.
זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.
די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.
וועלכע האבן עדות געזאגט וועגן דיין ליבע פאר דער קהלה; דו וועסט טאן גוט, אויב דו וועסט זיי ווייטער שיקן ווי עס איז ראוי פאר ה׳;