און איינער פון זיי מיטן נאמען אגאבוס איז אויפגעשטאנען און האט געוויזן דורך דעם רוח הקודש, אז עס וועט זיין א גרויסער הונגער אין דער גאנצער וועלט; וואס איז געקומען אין די טעג פון קלוידיוס.
און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים,
אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה.