8 און צו לעצט נאך אלעמען האט ער זיך באוויזן אויך צו מיר, וואס איך בין גלייך צו א מפיל קינד.
און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;
און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.
און האב אים געזען זאגן צו מיר: ^אייל דיך, און גיי ארויס געשווינט פון ירושלים, ווייל זיי וועלן (דא) נישט אננעמען דיין עדות זאגן וועגן מיר.
און עס איז געשען, בשעת איך בין געווען אויפן וועג און האב מיך דערנענטערט צו דמשק, ארום האלבן טאג האט מיך פלוצלונג ארומגעלויכטן א גרויס ליכט פון הימל.
און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים,
נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן;
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.
צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?