6 דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן;
דאן זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט נישט קיין מורא! גייט און זאגט מיינע ברידער, אז זיי זאלן גיין קיין גליל, און דארטן וועלן זיי מיך זען.
נאר גייט, זאגט זיינע תלמידים און פעטרוסן, אז ער גייט פארויס פאר אייך קיין גליל; דארט וועט איר אים זען, לויט ווי ער האט אייך געזאגט.
ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;
און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.
אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן.
איצט אבער איז משיח יא אויפגעשטאנען פון די טויטע, אלס די ראשית בכורים פון די איינגעשלאפענע.
און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג.
ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע;
און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג!