57 אבער אדאנק זיי ה׳, וועלכער גיט אונדז דעם נצחון דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.
און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער גענומען ברויט, און געדאנקט ה׳ פאר אלעמען; און האט עס צעבראכן, און אנגעהויבן עסן.
געלויבט זיי ה׳, דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר. אזוי ארום דין איך אליין מיטן פארשטאנד די תורה פון ה׳, אבער מיטן גוף דעם געזעץ פון זינד.
אבער אין דעם אלעם זענען מיר נאך מער ווי גובר דורך אים, וואס האט אונדז ליב געהאט.
אָט זאג איך אייך א סוד: נישט אלע וועלן מיר איינשלאפן, נאר מיר וועלן אלע פארענדערט ווערן.
בשעת איר טוט אויך מיטהעלפן מיט אייער תפילה טאן פאר אונדז; כדי פאר דער מתנה, וואס איז אונדז געגעבן געווארן פון א סך פערזאנען, זאלן א סך אפגעבן א שבח פאר אונדזערטוועגן.
א דאנק אבער צו ה׳, וועלכער גיט אונדז תמיד דעם נצחון אין דעם משיח, און אנטפלעקט דורך אונדז אומעטום דעם ריח ניחוח פון זיין דערקענטעניש.
א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!
גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג‑ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח;
דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,
און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.