Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 15:54 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

54 ווען אבער דאס דאזיקע פארדארבלעכע וועט אנקליידן אומפארדארבלעכקייט, און דאס דאזיקע שטערבלעכע וועט אנקליידן אומשטערבלעכקייט, וועט דעמאלט מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן: פארשלונגען איז דער טויט אין זיג:

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 15:54
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים.


און פארביטן די הערלעכקייט פון דעם אומשטארבלעכן ג‑ט מיט דער ענלעכקייט פון דעם געשטאלט פון א שטערבלעכן מענטשן און פון פייגל און פון פיר פיסיקע און קריכנדיקע ברואים.


צו די, וואס זוכן מיט סבלנות דורך מעשים טובים—הערלעכקייט, כבוד און אומשטערבלעכקייט, אייביק לעבן;


זאל זשע די זינד נישט קעניגן אין אייער שטערבלעכן קערפער צו געהארכן זיינע תאוות;


און אויב דער גייסט פון אים, וואס האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען פון די טויטע, וואוינט אין אייך, וועט ער, וואס האט אויפגעוועקט משיח יהושען/ישוען, אויך לעבעדיק מאכן אייערע שטערבלעכע גופים דורך זיין גייסט, וואס וואוינט אין אייך.


ווארום מיר, די לעבעדיקע, ווערן צו יעדער צייט איבערגעגעבן צום טויט צוליב יהושען/ישוען, כדי ישועס לעבן זאל זיך אנטפלעקן אין אונדזער שטערבלעך פלייש.


ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן.


ווען ער וועט קומען פארהערלעכט צו ווערן אין זיינע קדושים, און באוואונדערט צו ווערן אין אלע מאמינים—ווייל אונדזער עדות זאגן איז פון אייך געגלויבט געווארן—אין יענעם טאג.


און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער.


און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ