36 דו נאר, וואס דו פארזייסט, ווערט נישט לעבעדיק געמאכט, ווען עס שטארבט נישט;
נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע?
ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט?
און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!
באמת, באמת זאג איך אייך: אויב דאס קערנדל ווייץ פאלט אין דער ערד אריין און שטארבט נישט, בלייבט עס אליין; אויב אבער עס שטארבט יא, ברענגט עס א סך פירות.
מיינענדיק, אז זיי זענען קלוגע, האבן זיי זיך באנארישט,
און וואס דו פארזייסט, פארזייסט דו נישט דעם קערפער, וואס וועט זיין, נאר בלויז א קערנדל, פילייכט פון ווייץ, אדער פון עפעס אנדערש.
גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים;
דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט?