30 און פארוואס שטייען מיר אין סכנה יעדע שעה?
בעת אבער זיי זענען געפארן, איז ער איינגעשלאפן; און א שטורמווינט האט אראפגענידערט אויפן ים, און דאס שיפל האט זיך אנגעפילט (מיט וואסער), און זיי זענען געווען אין סכנה.
ווען נישט, וואס וועלן טאן די, וועלכע זענען זיך טובל אין דער מקווה ”פאר די טויטע“ (ציטירן ניטציטירן)? אויב די טויטע וועלן גארנישט אויפשטיין, פארוואס זאל מען זיך נאך טובל זיין אין דער מקווה ”פאר זייערטוועגן“ (ציטירן ניטציטירן)?
איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.
ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;
איך אבער, ברידער, אויב איך דרשן נאך די מילה (מצוות זכות), פארוואס ווער איך נאך אלץ גערודפט? דאן האט דאך דאס מיכשול פון דעם בוים אויפגעהערט!