Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 15:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 15:3
38 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


מחמת דאס איז מיין בלוט פון דעם נייעם בונד, וואס ווערט פארגאסן פאר פילע צו דער פארגעבונג פון זינד.


און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!


צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)


און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש),


אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן.


און דער תוכן פון דער שריפט, וואס ער האט געלייענט איז געווען דאס דאזיקע: ווי א שאף צו דער שחיטה איז ער געפירט געווארן; און ווי א לאם פאר זיין שערער איז שטום, אזוי האט ער נישט אויפגעמאכט זיין מויל;


וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד


וועלכער איז איבערגעגעבן געווארן (צום טויט) צוליב אונדזערע עבירות און אויפגעוועקט געווארן פאר אונדזער גערעכטפערטיקונג.


איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן.


ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט;


ווארום דעם, וועלכער האט נישט געקענט קיין חטא (ישעיהו נג, ט.), האט ה׳ געמאכט זינד (ישעיהו נג, ו.) פאר אונדזערטוועגן (ישעיהו נג, ה.); כדי מיר זאלן ווערן ה׳ס גערעכטיקייט אין אים (ישעיהו נג, יא.).


ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערע זינד, כדי אונדז ארויסצוראטעווען פון דער איצטיקער בייזער וועלט, לויט דעם רצון פון ג‑ט און אונדזער פאטער;


משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)


אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד,


און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.


ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד;


און צוליב דעם מוז ער, פונקט ווי פאר דעם פאלק, אזוי אויך פאר זיך אליין מקריב זיין פאר זינד.


חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.


וועלכער האט אליין ארויפגעטראגן אונדזערע זינד אין דעם קערפער זיינעם אויף דעם בוים, כדי מיר, אפשטארבנדיק וואס שייך די זינד, זאלן לעבן צו צדקות; דורך וועמעס וואונדן איר זענט געהיילט געווארן.


ווייל אפילו משיח איז איינמאל געשטארבן פאר אונדזערע זינד, דער צדיק פאר די רשעים, כדי ער זאל אונדז ברענגען צו ה׳; און איז געטייט געווארן לויט דעם פלייש, אבער לעבעדיק געמאכט געווארן אין דעם גייסט;


און ער איז דאס (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד, און נישט נאר פאר אונדזערע אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער וועלט.


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ