27 ווארום אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס. און ווען ער זאגט, אז אלץ איז געלייגט, איז קלאר, אז עס איז מיט דעם אויסנאם פון אים, וועלכער האט אלץ געלייגט אונטער אים.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער, און קיינער קען נישט דעם זון אחוץ דער פאטער; און קיינער קען נישט דעם פאטער אחוץ דער זון, און וועמען דער זון וויל אים מגלה זיין.
און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.
(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,
דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.
וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער זייט אין די הימלען,
און אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס און אים אליין געגעבן ווי א ראש איבער אלעם צו דער קהלה,
אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס? (תהלים קי, א.)
ער אבער, האבנדיק מקריב געווען איין קרבן פאר זינד, האט זיך אויף אייביק אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט;
און אים געשטעלט איבער די מעשים פון דיינע הענט: אלץ האסטו אונטערטעניק געמאכט אונטער זיינע פיס. (תהלים ח, ה-ז.) ווארום אונטערטעניקנדיק אלץ צו אים, האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זאך, וואס איז אים נישט אונטערטעניק. נאר איצט זען מיר נאך נישט אלץ אונטערטעניק צו אים.
וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער האנט, נאך דעם ווי ער איז ארויף אין הימל אריין; צו אים זענען אונטערטעניק מלאכים און ממשלות און מאכטן.
און דער לעבעדיקער; איך בין געווען טויט, און אָט לעב איך לעלמי עולמים, און האב דעם שליסל פון טויט און פון שאול תחתית.