26 דער לעצטער שונא אפגעשאפט צו ווערן, איז דער טויט.
ווארום זיי קענען מער נישט שטארבן; ווארום זיי זענען גלייך צו די מלאכים; און זענען ה׳ס קינדער, זייענדיק קינדער פון תחית המתים.
אָ טויט, וואו איז דיין נצחון? אָ טויט, וואו איז דיין גיפטיקער ביס? (ישעיהו כה, ח; הושע יג, יד.)
און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה,
דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,
און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים.
און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער.
און וועט אפווישן יעדע טרער פון זייערע אויגן; און דער טויט וועט שוין מער נישט עקזיסטירן; עס וועט מער נישט זיין קיין טרויער, קיין געשריי, קיין שמארץ; ווייל די ערשטע זאכן זענען פארביי.