Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 15:23 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

23 און יעדער איינער אין זיין סדר: משיח אלס ערשטלינג, דאן די, וועלכע זענען דעם משיחס, ביי זיין קומען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 15:23
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


באמת זאג איך אייך, אז אייניקע פון די, וואס שטייען דא, וועלן נישט פארזוכן דעם טעם פון טויט, ביז זיי וועלן זען דעם בר אנש קומען אין זיין מלכות.


אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).


איצט אבער איז משיח יא אויפגעשטאנען פון די טויטע, אלס די ראשית בכורים פון די איינגעשלאפענע.


אין א רגע, אין אן אויגנבליק, ביים לעצטן שופר; ווארום מען וועט בלאזן שופר, און די טויטע וועלן אויפשטיין אומפארדארבלעכע, און מיר וועלן פארענדערט ווערן.


און איר צום משיח, און דער משיח צו ה׳.


און ה׳ האט אויפגעוועקט דעם האר (פון די טויטע), און וועט אונדז אויך אויפוועקן דורך זיין גבורה.


איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך.


און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים.


ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ