ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע;
ווייל דער האר אליין וועט אראפנידערן פון הימל, מיט א שאלן, מיט דעם קול פון דעם שר המלאכים, און מיט דעם שופר פון ה׳; און די טויטע אינם משיח וועלן אויפשטיין קודם כל;
און איך האב געהערט א קול פון הימל, אזוי צו זאגן: שרייב: וואויל איז די טויטע, וועלכע שטארבן אין דעם האר, פון איצט אָן! יא—זאגט דער גייסט—כדי זיי זאלן האבן מנוחה פון זייער מי; ווארום זייערע מעשים פאלגן זיי נאך.