Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 14:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 ווער עס רעדט אויף א לשון, דער דערבויט זיך אליין; און דער, וואס זאגט נבואות, דערבויט די קהלה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 14:4
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די דאזיקע צייכנס וועלן באגלייטן די, וואס גלויבן יא: אין מיין נאמען וועלן זיי ארויסטרייבן בייזע גייסטער; זיי וועלן רעדן מיט נייע לשונות;


לאמיר זשע זיך נאכיאגן נאך די זאכן פון שלום און נאך די זאכן, דורך וועלכע מיר וועלן דערבויען איינער דעם אנדערן.


און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות;


און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.


אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל.


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה.


אזוי ארום זענען (שוין) די לשונות ווי א צייכן, נישט צו די מאמינים, נאר צו די אומגלויביקע; די נבואה אבער איז נישט פאר די אומגלויביקע, נאר פאר די, וועלכע גלויבן.


וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.


דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט.


און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ