39 דעריבער, ברידער מיינע, באגערט צו זאגן נבואות, און שטערט נישט צו רעדן מיט לשונות.
שטרעבט אבער צו דערגרייכן די גרעסערע מתנות. און נאך א דרך, אן אויסגעצייכנטערן, ווייז איך אייך.
און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.
שטרעבט נאך דער ליבע; און באגערט די רוחניותדיקע מתנות, נאר ליבער, אז איר זאלט נבואות זאגן.
דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט.
אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן.
און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.
פאראכט נישט נבואות (זאגן);