38 אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן.
לאזט זיי גיין! זיי זענען בלינדע פירער פון בלינדע. און ווען א בלינדער פירט א בלינדן, וועלן ביידע אריינפאלן אין גרוב אריין.
גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
אויב עמיצער מיינט, אז ער איז א נביא אדער באשענקט מיט גייסט, זאל ער דערקענען (אין דעם), וואס איך שרייב צו אייך, אז עס איז דעם הארס געבאט.
דעריבער, ברידער מיינע, באגערט צו זאגן נבואות, און שטערט נישט צו רעדן מיט לשונות.