34 אזוי זאלן די פרויען שווייגן אין די קהלות; ווארום זיי האבן נישט קיין רשות צו רעדן, נאר זאלן זיין אונטערטעניק, פונקט ווי אויך די תורה זאגט.
משפט איר ביי זיך אליין: איז עס שיין, אז א פרוי זאל תפילה טאן צו ה׳ אומפארהילטערהייט?
איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳.
און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט.
אין דער תורה שטייט געשריבן: מיט אנדערע לשונות און מיט אנדערע לעפצן וועל איך רעדן צום דאזיקן פאלק; און אפילו אזוי וועלן זיי מיך נישט הערן, זאגט דער האר (ג‑ט). (ישעיהו כח, יא-יב.)
און אויב זיי ווילן עפעס לערנען, זאלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים; ווארום עס איז א חרפה פאר א פרוי צו רעדן אין דער קהלה.
דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.
איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר.
זאלן זיין מיט שליטה איבער זיך, צניעות, לויטער, אכטונג געבן אויפן הויז, גוט, אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער, כדי ה׳ס ווארט זאל נישט געלעסטערט ווערן;