Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




א קארינטער בריוו 14:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 ווארום איר קענט אלע נבואות זאגן, איינער נאכן אנדערן, כדי אלע זאלן לערנען און אלע געטרייסט ווערן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




א קארינטער בריוו 14:31
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאס הייסט, איך זאל מיטגעטרייסט ווערן אין אייך דורך דער געמיינזאמער (דרך ה׳) אמונה, אייערער און מיינער.


נאר אין דער קהלה וויל איך (ליבער) רעדן פינף ווערטער מיט מיין פארשטאנד, כדי איך זאל אויך אנדערע לערנען, ווי צען טויזנט ווערטער אויף אן (אומבאקאנט) לשון.


דער אבער, וועלכער זאגט נבואות, רעדט צו מענטשן צו דערבויאונג, און מוסר, און טרייסט.


און ווען עס וועט עפעס אנטפלעקט ווערן צו אן אנדערן, וועלכער זיצט (דארטן), זאל דער ערשטער שווייגן.


און די גייסטער פון די נביאים זענען אונטערטעניק צו די נביאים;


און אויב זיי ווילן עפעס לערנען, זאלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים; ווארום עס איז א חרפה פאר א פרוי צו רעדן אין דער קהלה.


וועלכער טרייסט אונדז אין אלע אונדזערע צרות, כדי מיר זאלן קענען טרייסטן די, וואס געפינען זיך אין וועלכער נישט איז צרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אליין ווערן געטרייסט פון ה׳.


אים האב איך געשיקט צו אייך טאקע צוליב דעם דאזיקן, כדי איר זאלט זיך דערוויסן ווי עס דערגייט אונדז, און אז ער זאל טרייסטן אייערע הערצער.


כדי זייערע הערצער זאלן געטרייסט ווערן, צונויפגעקניפט אין ליבע און צו דער גאנצער עשירות פון דער פולער געוויסהייט פונם פארשטאנד, כדי זיי זאלן וויסן דעם סוד פון ה׳ און פון דעם משיח,


דערפאר זאלט איר טרייסטן איינער דעם אנדערן מיט די דאזיקע ווערטער.


טרייסט זשע זיך און בויט אויף איינער דעם אנדערן, ווי איר טוט עס אויך.


און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ