27 אויב עמיצער וויל רעדן מיט א לשון, זאל עס זיין צווייענווייז, אדער העכסטנס זאלבעדריט, און איינער נאכן אנדערן; און איינער זאל פארטייטשן;
און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות;
דערפאר זאל דער, וואס רעדט אויף א לשון, תפילה טאן, אז ער זאל פארטייטשן.
ווארום דער, וואס רעדט אויף אן (אומבאקאנט) לשון, רעדט נישט צו מענטשן, נאר צו ה׳; ווייל קיינער איז נישט משיג, און ער רעדט סודות אינם גייסט.
וואס זשע איז עס, ברידער? ווען איר פארזאמלט אייך, האט יעדער איינער א מזמור, א לערנונג, אן אנטפלעקונג, א לשון, א פארטייטשונג; זאל אלץ געטאן ווערן צו דערבויאונג.
ווען אבער עס געפינט זיך נישט קיין פארטייטשער, זאל מען שווייגן אין דער קהלה; און רעדן צו זיך אליין און צו ה׳.
און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.