23 ווען דעריבער די גאנצע קהלה פארזאמלט זיך, און אלע רעדן מיט לשונות, און עס קומען אריין הדיוטים אדער אומגלויביקע, צי וועלן זיי דען נישט זאגן, אז איר זענט משוגע?
וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער דערווארט עס נישט און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט; און וועט אים צעשניידן אין צווייען און וועט לייגן זיין חלק מיט די ווידערשפעניקע.
און א סך פון זיי האבן געזאגט: ער האט א בייזן גייסט, און איז אראפ פון זינען; פארוואס הערט איר אים?
אנדערע אבער, אפשפאטנדיק, האבן געזאגט: זיי זענען פול מיט זיסן וויין.
און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת.
ווארום ערשטנס הער איך, אז ווען איר פארזאמלט זיך אין דער קהלה, זענען פאראן מחלוקת צווישן אייך; און א טייל דערפון גלויב איך.