11 ווען דעריבער איך ווייס נישט די באטייטונג פון דעם קול, וועל איך זיין פאר דעם רעדנער א פרעמדער, און דער רעדנער וועט פאר מיר זיין א פרעמדער.
און די בארבארן האבן אונדז ארויסגעוויזן אן אויסערגעוויינלעכע מענטשלעכקייט; ווארום זיי האבן אנגעצונדן א פייער און אונדז אלעמען אויפגענומען צוליב דעם רעגן, וואס האט געהאלטן אין איין פאלן און צוליב דער קעלט.
און ווי די בארבארן האבן געזען די חיה הענגען אויף זיין האנט, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן: דער דאזיקער מענטש איז זיכער א מערדער, וועלכער, הגם ער איז אנטרונען פונם ים, לאזט אים דאך די גערעכטיקייט נישט לעבן.
איך בין א בעל חוב צו גריכן און צו בארבארן, צו חכמים און צו נאראנים.
עס זענען פאראן ווער ווייס וויפל מינים קולות אין דער וועלט, און קיינס איז נישט אָן א זין.
אין דער תורה שטייט געשריבן: מיט אנדערע לשונות און מיט אנדערע לעפצן וועל איך רעדן צום דאזיקן פאלק; און אפילו אזוי וועלן זיי מיך נישט הערן, זאגט דער האר (ג‑ט). (ישעיהו כח, יא-יב.)
וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.