7 יעדן איינעם אבער ווערט געגעבן די אנטפלעקונג פון דעם רוח (הקודש) צום נוצן.
ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.
אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה.
ווארום דו מאכסט טאקע א ברכה ווי עס געהער צו זיין, נאר דער אנדערער איז נישט אויפגעבויט.
נאר אין דער קהלה וויל איך (ליבער) רעדן פינף ווערטער מיט מיין פארשטאנד, כדי איך זאל אויך אנדערע לערנען, ווי צען טויזנט ווערטער אויף אן (אומבאקאנט) לשון.
און איך וויל, אז איר זאלט אלע רעדן מיט לשונות, אבער נאך מער, אז איר זאלט נבואות זאגן; און גרעסער איז דער, וואס זאגט נבואות, ווי דער, וואס רעדט מיט לשונות, אחוץ אז ער זאל אויך פארטייטשן, כדי די קהלה זאל באקומען דערבויאונג.